רבי אלעזר פון אמסטערדאם און די מלכה פון האלאנד

וועגן: רבי אלעזר פון אמסטערדאם

די מעשה

דא איבערדערציילט פון 4 מאל וואס דער משגיח דערציילט עס; די פרטים זענען נישט גלייך פון איין מאל צום אנדערן. הערט עס אין שיעור.

אין די צייטן פון רבי אלעזר פון אמסטערדאם האט די מלכה געוואוסט אז ווען ס'איז דא א צרה דארף מען גיין צו די אידן זיי זאלן בעטן דעם אידישן גאט. ווען א דאמב האט זיך צעבראכן און דער ים האט געסטראשעט די שטאט, וואס ליגט אונטערן ים, האט זי געשיקט צו אים ער זאל בעטן, און מ'איז געהאלפן געווארן און דער דאמב איז פארריכט געווארן. זי איז אליין געקומען דאנקען, און געמיינט אז זי וועט אים טרעפן זאגן תהלים מיט זיינע תלמידים, און האט געזען ווי מ'זיצט, מ'טרינקט און מ'זינגט. ער האט איר געזאגט אז היינט איז פורים, און היינט טוט מען מיטן טרינקען מער ווי מיט תהלים א גאנץ יאר.

וואו ער דערציילט זי

לויטן יאר וואו מען ווייסט עס; די אן א יאר צום סוף.

די שיעורים אין וועלכע די מעשה ווערט דערציילט
שיעור צייט יאר שפראך ביי
שמחים בפורים שלכל עומק שנופל יהודי' מכל מקום הוא חלק מה' (שייכות לפרשת זכור ותצוה) 9 פורים תשל"א (1970–71) אידיש 55:39
The Message of the "אגרת הפורים": Hashem is Near to You! 8 פורים תשמ"ט (1988–89) ענגליש 50:00
המתיקות' הקדושה והאורות של "האגרת הזאת" 6 פורים תשס"ב (2001–02) אידיש 2:30
שושן פורים הוא תחילת וסוף נס של מגילה 3 סעודת שושן פורים תשס"ג (2002–03) אידיש 6:01