רבי, דאס קעלבל און דאס מייזל
וועגן: רבי יהודה הנשיא
די מעשה
דא איבערדערציילט פון 4 מאל וואס דער משגיח דערציילט עס; די פרטים זענען נישט גלייך פון איין מאל צום אנדערן. הערט עס אין שיעור.
א קעלבל וואס מ'האט געפירט צו שחיטה איז צוגעלאפן צו רבי און זיך באהאלטן אונטער זיין טלית, און רבי האט געזאגט גיי, ווייל דערצו ביסטו באשאפן. דער משגיח לייגט צו אז דער שוחט איז משמע נישט געווען קיין גאנץ ערליכער איד, ווייל אנדערש וואלט די בהמה נישט אנטלאפן. דערנאך האט רבי געליטן דרייצן יאר, ביז איינמאל אין זיין הויז האט די דינסט געוואלט אוועקקערן א מייזל, און רבי האט געזאגט לאז עס, "ורחמיו על כל מעשיו"; דעמאלט זענען די יסורים אוועק פון אים.
וואו ער דערציילט זי
לויטן יאר וואו מען ווייסט עס; די אן א יאר צום סוף.
| שיעור | צייט | יאר | שפראך | ביי |
|---|---|---|---|---|
| פרשה של אמונה. עשי"ת - זמן לנקות חציצות האמונה 1 | האזינו | תשל"ב (1971–72) | אידיש | 1:01:02 |
| ברוך מרחם על הארץ 10 | תפילה | נישט באקאנט | אידיש | 17:52 |
| ועזוז נוראותיך 16 | תפילה | נישט באקאנט | אידיש | 10:33 |
| קויתי ה' קותה נפשי 39 | תפילה | נישט באקאנט | אידיש | 38:20 |